A Beigel – Levy Falkowitz | א בייגעלע – לוי פלקוביץ (Achake Loi • Track 05)

Up Next
Shared on December 18, 2017
א בייגעלע - A Beigel
Composed and lyrics by: Avrom Mordechi Schwartz
Arranged by: @yoeli_dikman_official
אין שטוב אינעם הייליגן הויף
ביים צדיק ר' הערשעלע זידיטשוב
ס'איז טינקל אין זיין ווינקל
דאס לעכטעלע ברענט און צאנקט
ער לערנט תורה אויף זיין קול מיט א געזאנג
מ'שפירט אין הויז דאס דחקות און קלעם
נאר פארנומען מיט עבודת השם
קיין ברויט, עפעס עסן אויפן טיש
געפינט מען נישט
ווען פלוצלונג דער צדיק הערט
א געוויין וואס נאר העכער ווערט
זיין טאכטער'ל בעט - אירע אויגן ער זעהט - פארטרערט
פון הונגער איך גיי שוין אויס
ברענג עפעס עסן אין הויז
א בייגעלע קויף פאר מיר אין מארק גיי ארויס
מיין קינד נעם אין אכט
יעצט איז טינקל אינמיטן די נאכט
ס'איז ביי מיר נישט קיין שאלה - די געשעפטן זענען אלע - פארמאכט
ווען לעכטיג וועט ווערן צופרי
נשמה'לע זאג איך דיר צו
איך וועל לויפן, דיר קויפן, מחיה זיין, נאך ווי
טאטע אפילו אינדרויסן איז פינסטער און שווארץ
דווקא יעצט דערקוויק מיר מיין הארץ
איך ווייס דערפון - ווען שיינען די זון
מיין הונגער שטילן וועסטו
אבער טאטע יעצט איז די קונץ נישט מארגן צופרי
דער צדיק ווענד זיינע הייליגע אויגן צום הימל גלייך
באשעפער דיינע קינדערלעך בעטן דאך די זעלבע זאך
מיר ווייסן אזוי - לעתיד לבא - וועט זיין א שפע אן א צאל
אבער ביז אהין אזויפיל ישועות דארף כלל ישראל
פיל מיט פלאג פיל מיט צער
מאכט מען מיט אין דעם גלות המר
הבט וראה - טאטע געטריי - אין אונזער געפאר
באשעפער דיין פאלק זי שטייט
אין חשכות אין טינקלקייט
דאס הארץ צובראכן פארקלעמט ס'בעט און ס'שרייט
טאטע אבינו אב הרחמן המרחם
באלייכט שוין אויף דאס יודישע היים
יעדע יוד דארף א שפע רב פרנסה נחת און געזונט
עפן די טויערן און געב השפעות פאר דיין קינד
טאטע מיר זענען דאך ביי דיר אזוי געשעצט
באווייז דיינע ווינדער פאר אונז די קונץ איז דאך יעצט
שתרחמני עוד בגלותי לגאלני
אין גלות אין אונזערע טעג בימינו
לחן ומילים: אברהם מרדכי שווארץ
עיבוד: יואלי דיקמן
מיקס: אודי דמארי
מאסטרינג: איציק פליבה
Follow Levy:
https://linktr.ee/levyfalkowitz
Bookings: (845) 821 9970 / [email protected]
Report this video

Latest Videos

Report Video

If you feel this video doesn't meet our quality standards, please report it.

Share Video

Share this video with your family and friends!