“א’ ב'” – מאטי אילאוויטש – תשע”ח | Alef Beis – Motty Ilowitz – 5778

Up Next
Shared on December 29, 2018
מאטי אילאוויטש | א' ב' | תשע"ח
איך ווייס איך בין שוואך
בעט איך איין זאך
גענאדיג מיין געבעט וואס איך -
דאווען אויף מיין פשוטע שפראך.
האפענונג איך שפיר
וועסט עס נעמען פון מיר
זעהן אז עס ליגט דערין מיין –
חשק וואס ציט צו דיר.
טויזענטער יארן, דאך קיינמאל
פארלארן, דעם א' ב'
יודישע קינדער די ערשטע זאך
וואס מ'לערנט מיט זיי,
כבוד געבן, מיין גאנצן לעבן,
וועל איך דעם א' ב'
א', ב', ג', ד', ה'...
"א, ב, ג, ד, ה, ו, ז, ח, ט, י, כ.
ל, מ, נ, ס, ע, פ, צ, ק, ר, ש, ת."
ליבט און געדענקט
מיט געפילן ער בענקט
נעמט ארויס און מישט אויף זיין -
סידור און א טרער עס ברענגט.
עברי איז שווער
פארגעסן האט ער
צעוויינט זיך דארט ווי א קליין
קינד, און שרייט מיט טרער.
רבון העולמים, איך ווי א תמים, קען נאר א' ב'
שטעל צוזאם די אותיות און
מאך ווערטער פון זיי,
תפילות ריינע, דורך מיינע, פשוטע א' ב'
ל, מ, נ, ס, ע, פ....
"א, ב, ג, ד, ה, ו, ז, ח, ט, י, כ.
ל, מ, נ, ס, ע, פ, צ, ק, ר, ש, ת."
אונטער בלוטיגע גלות'ן, דורך
העסליכע וואנדאליזם, זעליגע חרבנות
טינקלען יודן'ס כאראקטער.
לערנען מלמדים נקודות, סופרים
ערצייגן פארמעט, צייכענען
קדושה'דיגע ריין שפראכיגע תוכן.
א 'ותיות
ב 'דחנות
ג 'מרות
ד'רשות
ה'לכות
ו'ידוי'ס
ז'מירות
ח'ומשים
ט'ייטשען
י'וצרות
כ'תבים
ל'וחות'לעך
מ'שניות
נ'יגונים
ס'ידורים
ע'יסקאות
פ'ירושים
צ'וואות
ק'ול קורא'ס
ר'עיונות
ש'אלות
ת'שובות
קמץ, פתח, צירה, סגול, חולם, שווא,
חירוק, שורוק, און מלאפום.
Report this video

Latest Videos

Report Video

If you feel this video doesn't meet our quality standards, please report it.

Share Video

Share this video with your family and friends!