“הר המוריה” – מאטי אילאוויטש – מחשבות | Har Hamoriyu – Motty Ilowitz – Machshovos
Up Next
Shared on March 26, 2019
אויבן אויף א בארג
די אמונה איז שטארק
מיט שמחה שטייען דארט ביידע
געבינדען פיס און הענט
גרייט צו ווערן פארברענט
ליגט יצחק אויף די עקידה.
פון דעמאלטס אן
טראגט דאס ארט א פאן
פון קדושה וואס איז דארט פארבליבן
די פלאץ וואס גאט וועלט אויס
וואו צו בויען זיין הויז
דעם "הר המוריה" אויסגעקליבן.
כאטש עס איז פארהאן
פיל פלעצער וואס קען זיין
שענער'ס ווי די הר המוריה,
פיל רייכערע ערד
נו, פארוואס פונקט דא ווערט
דאס פלאץ ווי על תילה בנויה.
ווייל צדיקים האבן אנטפלעקט
וואו מ'האט דאס האלדז אויסגעשטרעקט
אין פייער פאר'ן בורא צו גיין,
חשוב איז ביי אים דאס ארט
דער באשעפער וויל אז דוקא דארט
זאל די בית המקדש שטיין.
לויט'ן חשבון פון פריער
אז חשוב איז ביי דיר
די פלאץ ווי מען שטארבט פאר דיינע באפעלן,
באשעפער דו זעסט
וואו צו בויען דיין נעסט
האסטו אזויפיל וואו זיך אויסצווועלן.
אויפ'ן 'אוטו דא פעי'
פאר'ן הנה אלקינו זה
חלילה די אמונה נישט טויפן,
צי וועסטו בויען דיין אכסניא
דארטן אין שפאניע
אויפ'ן זעלבן פלאץ וואו פונעם 'שייטער הויפן'...
אין רוסלאנד הינגעריכטעט
גע'שחט'ען און פארניכטעט
געגאנגען אין פייער פאר דיר,
צו וועסטו טאטע קרוין
בויען דיין וואוין
אויף די קאלטע ערד פון די פראסטיגע סיביר...
אין אייראפע ווי דו קוקסט נאר אלס
דעם טויט מעסער אויפ'ן האלדז
מיליאנען אויס'שחט'ן און אויסהונגערן,
אויף וועלכע לאגער אדער מאסן גרוב
וועסטו בויען דיין שטוב
ליטא, גאליציע, פוילן אדער אין אונגערן ...
אין אינדיע מומביי
פארן זיין א חלק אלקי
געקוילעט ווערט מען פון דעם דזשיהאד,
די הויז פון בלוט און טרערן
צי קען עס נאך איין טאג ווערן
א בית המקדש אנשטאט א בית חב"ד...
פזמון
אויב ווילסטו דוקא ארץ ישראל
אויף יעדן בארג און טאל
איז פארצייכענט מיט אידישע עקידות,
אויף וועלכע גאס
אויף וועלכע אויפרייס
ווילסטו בויען דיינע געביידעס.
דארט וואו בחורים פארכאפט מען
וואו מתפללים אנקלאפט מען
אינמיטן שחרית מיט העק און מיט מעסער,
אוי טאטע ס'שוין גענוג
משיח שוין שיק
און לאז נישט די אויסוואל ווערן גרעסער .
פזמון
די אמונה איז שטארק
מיט שמחה שטייען דארט ביידע
געבינדען פיס און הענט
גרייט צו ווערן פארברענט
ליגט יצחק אויף די עקידה.
פון דעמאלטס אן
טראגט דאס ארט א פאן
פון קדושה וואס איז דארט פארבליבן
די פלאץ וואס גאט וועלט אויס
וואו צו בויען זיין הויז
דעם "הר המוריה" אויסגעקליבן.
כאטש עס איז פארהאן
פיל פלעצער וואס קען זיין
שענער'ס ווי די הר המוריה,
פיל רייכערע ערד
נו, פארוואס פונקט דא ווערט
דאס פלאץ ווי על תילה בנויה.
ווייל צדיקים האבן אנטפלעקט
וואו מ'האט דאס האלדז אויסגעשטרעקט
אין פייער פאר'ן בורא צו גיין,
חשוב איז ביי אים דאס ארט
דער באשעפער וויל אז דוקא דארט
זאל די בית המקדש שטיין.
לויט'ן חשבון פון פריער
אז חשוב איז ביי דיר
די פלאץ ווי מען שטארבט פאר דיינע באפעלן,
באשעפער דו זעסט
וואו צו בויען דיין נעסט
האסטו אזויפיל וואו זיך אויסצווועלן.
אויפ'ן 'אוטו דא פעי'
פאר'ן הנה אלקינו זה
חלילה די אמונה נישט טויפן,
צי וועסטו בויען דיין אכסניא
דארטן אין שפאניע
אויפ'ן זעלבן פלאץ וואו פונעם 'שייטער הויפן'...
אין רוסלאנד הינגעריכטעט
גע'שחט'ען און פארניכטעט
געגאנגען אין פייער פאר דיר,
צו וועסטו טאטע קרוין
בויען דיין וואוין
אויף די קאלטע ערד פון די פראסטיגע סיביר...
אין אייראפע ווי דו קוקסט נאר אלס
דעם טויט מעסער אויפ'ן האלדז
מיליאנען אויס'שחט'ן און אויסהונגערן,
אויף וועלכע לאגער אדער מאסן גרוב
וועסטו בויען דיין שטוב
ליטא, גאליציע, פוילן אדער אין אונגערן ...
אין אינדיע מומביי
פארן זיין א חלק אלקי
געקוילעט ווערט מען פון דעם דזשיהאד,
די הויז פון בלוט און טרערן
צי קען עס נאך איין טאג ווערן
א בית המקדש אנשטאט א בית חב"ד...
פזמון
אויב ווילסטו דוקא ארץ ישראל
אויף יעדן בארג און טאל
איז פארצייכענט מיט אידישע עקידות,
אויף וועלכע גאס
אויף וועלכע אויפרייס
ווילסטו בויען דיינע געביידעס.
דארט וואו בחורים פארכאפט מען
וואו מתפללים אנקלאפט מען
אינמיטן שחרית מיט העק און מיט מעסער,
אוי טאטע ס'שוין גענוג
משיח שוין שיק
און לאז נישט די אויסוואל ווערן גרעסער .
פזמון
Report this video