“לעצטע טאג” – מאטי אילאוויטש – מחשבות | The Last Day – Motty Ilowitz – Machshovos
Up Next
Shared on March 26, 2019
וואס וואלסטו געטון
ווען דו וואלסט ווען געוואוסט
אז היינט איז דיין לעצטע טאג
און מארגן פארן בי"ד זיך שטעלן דו מוזט
וואס וואלסטו געטראכט און געזאגט
דו וואלסט אויפגעשטאנען גלייך אינדערפרי
מודה אני גרויסער בורא
ארויסגעטראגן נעגל וואסער אליינס וואלסטו
און געזאגט א ברכת התורה
געלאפן אין מקוה און פון דארטן צום שיעור
געלערנט אן אביי א רבי חייא
אראפגעלייגט א שחרית ווי קיינמאל פריער
און אפילו געש'נדר'ט אן עליה
געגעבן א נדבה פאר יעדן וואס פישקע'ט
און ביז עלינו תפילין אנגעטאן
און אויף דעם מענטש וואס שמועסט
געשריגן און געשישקעט
אפילו יעדער איינער קוקט דיך אן
דאס איז דאך די כלל
וואס זאגן אונז חז"ל
שוב יום אחד לפני (שבת קנג ע"א)
קען זיין מארגן איז אלעס פארביי
כאפ אריין היינט
אלעס וואס מ'פלאנט
פיר זיך, טו און זאג
ווי כאילו ס'איז דיין לעצטע טאג
נישט מבטל קיין רגע, לשון הרע נישט געפרעדיגט
ווייל יעדע מינוט איז גאלד
אין איין טאג געקויפט, באשלאסן און ערלעדיגט
אלעס וואס דו האסט שוין לאנג געזאלט
מיט יעדן זיך פאררעכענט און אפגעצאלט די חובות
אנטשולדיגט פאר דעם אפצאל דעם שפעטן
זיך באדאנקט פאר אלע וואס טוען דיך טובות
און אלע שונאים איבערגעבעטן
גערופן טאטע מאמע מיט זיי צו שמועסן
זיכער מאכן אלעס גוט עס גייט זי
קאמפלימענט'ס פליסן, יעדן וועסטו גריסן
מחזק זיין און צולייגן א פלייצע
גערופן די מלמדים 'וואס מאכן מיינע קינדער'
ס'דערקענט זיך אייער יראת השם
און צום משולח ביים טיר געלאפן געשווינדער
אנשטאט זאגן 'איך בין נישט אינדערהיים'
פזמון
אהיימגעקומען מיט א שמייכל צו די קינדער
די טעלעפאן געלייגט אין די זייט,
מיט געדולד אויסגעהערט יעדן באזונדער
איבער די טאג וואס זיי האבן געהאט.
שפילצייג, היים-ארבעט, צו יעדן זיך געקערט
אז דאס ווייב זאל קענען רואיג קאכן,
גערופן די יונגלעך און שנעל זיי פארהערט
אלעס פון די לעצטע פאר וואכן.
א מעריב, א שיעור, היטשעס יעדן געבן
ביים טיי-אווענט דאס בערזל אויסגעלערט,
א קרי"ש שעל המיטה ס'לעצטע אין לעבן
ביים מזוזה'לע שטייט ער פארקלערט.
גייט אריין צו די קינדער און קושט זיי אין שטערן
געדענקסט אז טאטי האט ענק ליב,
באדאנקט דעם אשת חיל פאר איר ארבעט דעם שווערן
וואס זי טוט פאר די גאנצע שטוב.
ווען דו וואלסט ווען געוואוסט
אז היינט איז דיין לעצטע טאג
און מארגן פארן בי"ד זיך שטעלן דו מוזט
וואס וואלסטו געטראכט און געזאגט
דו וואלסט אויפגעשטאנען גלייך אינדערפרי
מודה אני גרויסער בורא
ארויסגעטראגן נעגל וואסער אליינס וואלסטו
און געזאגט א ברכת התורה
געלאפן אין מקוה און פון דארטן צום שיעור
געלערנט אן אביי א רבי חייא
אראפגעלייגט א שחרית ווי קיינמאל פריער
און אפילו געש'נדר'ט אן עליה
געגעבן א נדבה פאר יעדן וואס פישקע'ט
און ביז עלינו תפילין אנגעטאן
און אויף דעם מענטש וואס שמועסט
געשריגן און געשישקעט
אפילו יעדער איינער קוקט דיך אן
דאס איז דאך די כלל
וואס זאגן אונז חז"ל
שוב יום אחד לפני (שבת קנג ע"א)
קען זיין מארגן איז אלעס פארביי
כאפ אריין היינט
אלעס וואס מ'פלאנט
פיר זיך, טו און זאג
ווי כאילו ס'איז דיין לעצטע טאג
נישט מבטל קיין רגע, לשון הרע נישט געפרעדיגט
ווייל יעדע מינוט איז גאלד
אין איין טאג געקויפט, באשלאסן און ערלעדיגט
אלעס וואס דו האסט שוין לאנג געזאלט
מיט יעדן זיך פאררעכענט און אפגעצאלט די חובות
אנטשולדיגט פאר דעם אפצאל דעם שפעטן
זיך באדאנקט פאר אלע וואס טוען דיך טובות
און אלע שונאים איבערגעבעטן
גערופן טאטע מאמע מיט זיי צו שמועסן
זיכער מאכן אלעס גוט עס גייט זי
קאמפלימענט'ס פליסן, יעדן וועסטו גריסן
מחזק זיין און צולייגן א פלייצע
גערופן די מלמדים 'וואס מאכן מיינע קינדער'
ס'דערקענט זיך אייער יראת השם
און צום משולח ביים טיר געלאפן געשווינדער
אנשטאט זאגן 'איך בין נישט אינדערהיים'
פזמון
אהיימגעקומען מיט א שמייכל צו די קינדער
די טעלעפאן געלייגט אין די זייט,
מיט געדולד אויסגעהערט יעדן באזונדער
איבער די טאג וואס זיי האבן געהאט.
שפילצייג, היים-ארבעט, צו יעדן זיך געקערט
אז דאס ווייב זאל קענען רואיג קאכן,
גערופן די יונגלעך און שנעל זיי פארהערט
אלעס פון די לעצטע פאר וואכן.
א מעריב, א שיעור, היטשעס יעדן געבן
ביים טיי-אווענט דאס בערזל אויסגעלערט,
א קרי"ש שעל המיטה ס'לעצטע אין לעבן
ביים מזוזה'לע שטייט ער פארקלערט.
גייט אריין צו די קינדער און קושט זיי אין שטערן
געדענקסט אז טאטי האט ענק ליב,
באדאנקט דעם אשת חיל פאר איר ארבעט דעם שווערן
וואס זי טוט פאר די גאנצע שטוב.
Report this video