“והאיש משה” – מאטי אילאוויטש – תשע”ח | Vehu’ish Moshe – Motty Ilowitz – 5778

Up Next
Shared on March 26, 2019
והאיש משה עניו מאוד
דער עמוד התורה, דער עמוד
משה אליין
קלענער ווי מכל האדם
כאטש די תורה ער איז דער וואס גיט
מיטן בורא ער איז דער וואס רעדט
דאך, משה אליין - האלט זיך קליין
קלענער ווי מכל האדם.

משה ווייסט גאנץ גוט זיין חשיבות
נו וואס איז פשט פון אזא עניוות
נאר משה באטראכט זיך
א חשבון ער מאכט זיך
ס'נישט קיין קונץ אלע מיינע ראמען.
איך זעה דעם בורא פנים אל פנים
קוק אבער אויף מיינע בני בנים,
די דורות העתידות - פארלוירן יעדע איד-איז
אוי ווי שווער ס'וועט זיין צו זיין א מאמין.
"איך זעה דעם דור דעם לעצט
צובראכן און צוזעצט
א טונקלקייט, ממש ס'איז געפערליך,
תאוות און צרות
קשיות און הסתרות
ס'קאסט זיי בלוט זיך צו האלטן ערליך.
תשע”ח
איך שטוין מיט אינטערעס
דער אידעלע בלייבט אזוי געטריי,
דערפאר זאגט משה נאר
איך, גדול הדור
איך שפיר מיך קלענער קעגן זיי".
מ'איז צוגעוואוינט אונז אוועקצומאכן
אז מיר לעבן יעצט אין א דור א שוואכן,
היינט כלל ישראל
איז שוין נישט ווי אמאל
אונזער דור איז ממש דאס ערגסטע.
איך טראכט צו מיר אויב איז דאס אמת
גאר אלס קאמפלימענט איך נעם-עס,
ווייל ווי שוואכער און שווער
פאדערט כוחות סאך מער
קומט אויס אז אונזער דור איז
גאר די שטערקסטע!
משה קוקט אונז אן און קען נישט גלייבן
ווי נעמען ענק די כוחות צו דערהייבן,
איך זע ווי דו צופאלסט-דאך
איך שטוין ווי שטארק דו האלטסט
בעיקבתא דמשיח.
הפקרות ברענט און שלעפט פון יעדן זייט
מכל צד סוחפת
אזאנס וואס איך האב קיינמאל נישט געהאט,
די מסירות נפש דיינע
קומט נישט צו צו מיינע
איך שפיר זיך בשפלות קעגן דיך.
"איך זעה דעם דור דעם לעצט
צובראכן און צוזעצט
א חשכות, אן הסתר אזא קאלטן,
תאוות און צרות
קשיות און הסתרות
איך פארשטיי נישט ווי איז
מעגליך זיך צו האלטן.
תשע"ח
פון בורא נישט פארגעס
גם כי אלך בגיא
דערפאר זאגט משה נאר
איך, גדול הדור
איך שפיר מיך קלענער קעגן זיי"
יעדע מאל ביסט דיך מתגבר, און דו האלסט דיך ערליך
- האלט זיך משה קליין.
יעדעס מאל דו לויפסט אין שול א תפילה טאן מיט טרערלעך
- האלט זיך משה קליין.
פארלירסט נישט דיין אמונה, כאטש ס'איז אזוי שווערליך
- האלט זיך משה קליין.
יעדעס מאל דו קאנטראלירסט די טעכנעלאגישע שטער'עלעך
- האלט זיך משה קליין.
יעדע קליינטשיגע מצוה איז א דבר חשובה
– און האלט זיך משה קליין.
יעדעס מאל מ'איז מחנך נאך א בחור אין ישיבה
- האלט זיך משה קליין.
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה
- האלט זיך משה קליין.
יעדעס מאל עס צושפרייט זיך נאך א אידישע סביבה
- האלט זיך משה קליין.
"תשע"ח"
יא ס'איז א -נס
כאטש אונז זע'מיר קלענער פון די קלענסטע
נסיונות און צרות
קשיות און הסתרות
שיינען מיר ארויס אלס די שענסטע.
און כאטש עס איז אונז שווער
שטארקן מיר זיך מער
לעשות רצונך אלקי,
דערפאר זאגט משה נאר
איך, גדול הדור
עניו מאוד מכל האדם אשר על פני".
(במדבר, י"ב, ג)
Report this video

Latest Videos

Report Video

If you feel this video doesn't meet our quality standards, please report it.

Share Video

Share this video with your family and friends!